Monday, November 23, 2009

נידאל חאסאן ואביזריהו


אין מיינע אויגן, ווערט דער ענין צעטיילט אין צוויי חלקים.

ערשטנס:

פארוואס האט די עף בי איי נישט געהאט א רויט לעמפל איבער נידאל חאסאן?

דאס איז באמת א הימל-שרייענדע פראגע, אויף וועלכע די שפיאנאזש אינסטאנצן קענען דערווייל נישט טרעפן קיין געהערן ענטפער און זיי פרובירן נאר צו פארווישן און זאגן אז עס איז נישט געווען קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן האבן אפילו דאס מינדעסטע קעיס אויף אים.

ער פלעגט אפענערהייט פרעדיגן אז אמעריקע'ס מלחמה קעגן טעראר איז עכט א מלחמה קעגן איסלאם און מען דארף דאס אפשטעלן.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

זיך לערנענדיג אויף פסיכאלאגיש-קראנקע פאציענטן אינעם וואלטער ריעד מיליטערישע שפיטאל, פלעגט ער פרעדיגן די מוסולמענער גלויבן און פרובירן אריינצוכאפן זעלנער צום איסלאם. עס זענען דאן געווען עטליכע מיטונגען פון די שפיטאל הויפטן, מען האט אים אפילו באזייטיגט אלס א שטראף פאר עטליכע וואכן.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ער איז געווען אין גאר נאנטע פארבינדונג מיט א ראדיקאלן אימאם, אויף וועמען די עף בי איי האט א גאנצע קעיס און ער פרעדיגט אפענערהייט ראדיקאלע איסלאם.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ביי א געוויסע סעמינאר האט חאסאן געזאלט אויפטרעטן מיט א רעדע איבער "מענטאל העלט", אנשטאט איז ער אנגעקומען מיט א גאנצע "פאוער פוינט פרעזענטאציע" איבערצוצייגן זיינע קאמעראדן אז אמעריקע פירט א קריג מיט איסלאם.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ער איז ארומגעפארן אין אן אויטא אנגעקלעבט מיט אנטי-אמעריקאנער "באמפער-סטיקערס".

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

צווייטנס:

דער דינער פאדים וועלכע טיילט אפ צווישן פסיכאלאגיש צערידערט און ראדיקאלער איסלאם

אין א לענגערע ארטיקל אינעם "טיים" ווערט באשריבן גאר אינטערעסאנט איבער די שטארקע פארבינדונג וואס די איסלאמישע ראדיקאלע גלייבונגען האט מיט פסיכאלאגישע צערידערטע מענטשן.

לאמיר פרובירן אריינצוגיין אינעם מוח פונעם מענטש וועלכער איז פשוט און פראסט צערידערט און ער איז ליידיג פון עפעס העכערס און ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין לעבן.

די ערשטע זאך וואס קומט ארויף פאר אזא איינעם אין געדאנק איז: זיך נעמען דאס לעבן. ביז מיט עטליכע יאר צוריק, ווען עמיצער האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן, איז ער ארויף אויפן וואשינגטאן בריק, אדער אין פאל פון א פחדן איז ער ארויף אויפן "טאפענזי בריק" און זיך אריינגעווארפן אין וואסער, און א עק צו אלע פראבלעמען.

איז דאס אבער גאר א שווערע זאך צו טון, און רוב מענטשן וועלכע ווילן זיך נעמען דאס לעבן, ווען עס קומט שוין ממש צום אקט זעלבסט, ווערן זיי דערשראקן פון זיך אליינס און זיי טוען דאס נישט.

אמעריקע איז אין די לעצטע 10 יאר געווארן "אבסעסד" מיט טעראריזם, מוסולמענער גלויבן, ראדיקאלער איסלאם און די אלע זאכן ארום. גאנצעטע פילמס ערשיינען ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט און הוילקייט פון די גלויבונגען.

פאר א נארמאלער מענטש טוט דאס אויף זייער א גינסטיגע זאך. עס פארשטארקערט זיין האס און שנאה צום איסלאמישן טעראריסט, ער ווערט פארמיאוסט אין די געמיינע טאקטיקן און נארישקייטן וואס די אימאמס פרובירן צו פארשפרייטן און באאיינפלוסן די יונגע אומשולדיגע אומוויסנדע אראבער און דאס אלעס.

ווען עס האנדלט זיך אבער פון איינער וועלכער דרייט זיך מיט געדאנקען פון זיך נעמען דאס לעבן, ווערט ער אויטאמאטיש שטייטליך אריינגעשלעפט דערין. און די סיבה דערפון איז פשוט: ענדליך רעדט שוין איינער פון זיך נעמען דאס לעבן און האבן דערנאך כל טוב וטוב וואס מען רעדט איין פאר די אומוויסנדע אראבער וואס זיי וועלן אלס האבן אין 'גן עדן' (עפ"ל) אויב וועלן זיי ווערן מארטירער און אוועקגעבן זייער לעבן פאר אללא'ס וועגן.

יעצט לאמיר באטראכטן דער זאך אזוי: ווען א ווייסער טעקסאס געבוירענער גוי קומט אריין איין שיינעם טאג אין זיין שולע און נעמט זיך אויסשיסן אויף זיינע חברים, וואלט מען דאס גלייך אפגעזיגלט אלס א טעראריסטישע אטאקע? זיכער אז נישט! וואלט מען פארדאמט אן אמעריקאנער פרעזידענט וועלכער וואלט נישט גלייך ארויסגעטראטן און געזאגט אז אמעריקע איז באטראפן געווארן פון א פרישע טעראריסטישע אטאקע? זיכער אז נישט!

יעצט. נידאל חאסאן, וויפיל רויטע לעמפלעך ער האט נאר געזאלט האבן אנגעצינדן ביי די אינסטאנצן, איז דאס אבער נישט געווען קיינע באווייזן אז ער איז פארבינדן מיט א גרעסערע טעראריסטישע גרופע! ווייל ער איז א מוסולמענער גלויביגער, און מיט די יארן איז ער געווארן מער און מער פאנאטיש צום איסלאם, מיינט נישט אז ער קען שוין ווערן אפגעצייכנט אלס מוסולמענער טעראריסט.

ווייל אין פאקט קומט יעצט ארויס אויף אים אנע שיעור מעשיות אז ער האט זיך אויפגעפירט גאר מאדנע און איז געווען א שטארק-צעפידלטער פארשוין.

פון איין זייט האט נישט ליב געהאט צו זיין צו שטארק נאנט מיט מענטשן, אבער מיט זיין פייגל וועלכע ער האט אויפגעצויגן ביי זיך אינדערהיים איז ער געווען אבנארמאל צוגעבינדן. ער פלעגט צעקייען עסנווארג און דאס אריינלייגן אין א טעלער און דערנאך אויפעסן אינאיינעם מיטן פייגל.

ווען ער איז איינמאל געשלאפן אויף דער ערד און בטעות האט ער צעקוועטשט דעם פייגל צום טויט, איז ער פאר לאנגע מאנאטן נאכדעם נאך געגאנגען באזוכן דאס פלאץ וואו ער האט איר באערדיגט.

דא האט זיך צוזאמענגעשטעלט א מאדנע צוזאמשטעל: א מוסולמענער גלויביגער, וועלכער איז געווארן פסיכאלאגיש גערירט (מען זאגט אז דאס איז געקומען פון "סעקאנדערי טראמא", וואס מיינט אז דער פסיכאלאג וועלכער באהאנדלט קראנקע פאציענטן ווערט זעלבסט אנגעשטעקט מיט די קרענק און טראמאס וואס די פאציענטן ליידן) אויף אזוי ווייט אז ער האט געוואלט באגיין זעלבסטמארד, אינאיינוועגס איז ער געווען אנגעשטעקט מיט ראדיקאלע ווידעאוס און לעקציעס. ער האט אויסגעפירט זיין ברוטאלע אקט, וואס האט געפירט צו 13 אומגעברענגטע זעלנער, וואס דאס איז א שרעקליכע זאך און מען דארף אים פאראורטיילן צום ערגסטן, אבער שרייען צום פרעזידענט אז ער האט נישט געטון א גוטע זאך פארן נישט ארויסטרעטן גלייך און דאס דערקלערן ווי א טעראריסטישע אטאקע????? דאס איז דאך פשוט אבסורד!

און אז איר ווילט מיר אפזיגלען ווי א בלויזער ליבעראלער צעדרייטער, האלט איין מינוט איידער איר טוט דאס, לאמיר אייך אראפברענגען וואס מייקל טשערטאף, דער ערשטער "היימלאנד זיכערהייטס פארזיצער" אונטער פרעזידענט בוש, האט געזאגט פארגאנגענעם יאר ביי א רעדע איבער נאציאנאלע זיכערהייט. "מיר קענען זיך נישט ערלויבן אפצוזיגלען יעדע אגרעסיווע אקט, צי עס ווערן ערמארדעט אומשולדיגע צי נישט, אלס א טעראר אקט, ווייל אויב איז אלעס טעראר, איז גארנישט טעראר!"

איר הערט ווערטער? דאס זענען מוראדיגע טיפע ווערטער: אויב באצייכנט מען יעדע זאך ווי א טעראריסטישע אטאקע און מען ווערט דערפון אינגאנצן צערידערט, מען טראכט פון העכערן דער נאציאנאלער אלערט קאליר, מען טראכט פון שטעלן נעשאנעל גארד אין די גאסן, וועט דאס ברענגען גאר א פארקערטע רעזולטאט אז א ריכטיגע טעראר סכנה וועט שוין נישט אזוי שטארק נאכגעפאלגט ווערן, ווייל אויב איז יעדע זאך טעראר, אויב ווען א ניו יארקער מאן וועט זיך אריינווארפן דורכן וואשינגטאן בריק און דווקא אריינטאנצן ווען א שיף פארט דורך און די קראפט פון זיין טראסק וועט אומברענגען איינעם אדער צוויי, אויב וועט אזא זאך באטראכט ווערן ווי "טעראר" דעמאלט קענען מיר זאגן א גוטע נאכט צו באקעמפן טעראר.

אין איין ווארט: מען האלט ביי א מצב אז יעדער פסיכאלאגיש-צערידערטער פארשוין האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן אנגעשטעקט מיט ראדיקאלער איסלאם און די אמעריקאנער טאטעס וועלן מוזן אויפקומען מיט א נייעם וועג וויאזוי דאס צו באהאנדלען. אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען נאריש ארויסצוטאנצן און דאס דערקלערן ווי אן אטאקע פון טעראריסטן אויף אמעריקע.

No comments:

Post a Comment