א געיעג
א גאלאפ
גאנצע טעג
אנע קאפ
שלאפן
גיין
צו האבן וואפן
אויפצושטיין
דורכ'ן טאג
זיך ערשעפן
מיט פלאג
ביינאכט זאל דער בעט אריינשלעפן
ווי א רונד אן ענד
דער וואך אריבער
יעדן טאג מ'שפענדט
דער זעלבער ציקל איבער
שבת מען רוהט
אינדערוואכן זאל מען האבן כוח
דורכן וואך מען ארבעט
צו פארדינען דעם שבת מנוח
***
בארואיג זיך
נעם א מינוט
געב פון דער וועלט הנאה פאר דיך
וועט דיר זיין גליקליך און גוט
No comments:
Post a Comment