אויפן גאס איך שפאן
מיט א געהויבענעם קאפ
אויף א קליין מורישקע קוק איך זיך איין
ס'איז פיצל, קלענער ווי א טראפ
מיטן מורישקע א שמועס
איך פארפיר
ביזט דאך אונטער די פוס
יעדער טרעט אויף דיר
רעדן קענסט נישט
שפאצירן טוסטו שטייט
פון א קליין טרעט ווערסטו צעווישט
ווער רעדט נאך מיט וואס דו פילסט אן דיין צייט
קריכסט ארום און קלויבסט
שמוץ און צווייגן
קוים וואס א שטויב דו הויבסט
דיין קליין קערפערל צעבייגן
***
אזוי רעדנדיג פלוצים א שטעך
א בין באקוועם אויף מיין הענט
כ'קען נישט קומען צו זעך
אוי עס ציפט און ברענט
דער מורישקע פאר געלעכטער קייכט
זעסטו מענטשעלע קלאר
נישט ווי הויעך אין אויסזען מען גרייכט
עס ווענדט זיך אין די אינערליכע קוואליפיקאציעס גאר
***
נעם דיר דאס אריין אין דיינע געדאנקן
עס איז אנדערש וויאזוי "עס זעט אויס"
אל תסתכל בקנקן
קוק אויף אינערליכע תוכן בלויז
Monday, November 23, 2009
פיצינקע מורישקעס...
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment