א שארך,
א קיצל.
א גערודער,
א פיצל.
געקלערט,
געטראכט.
מען הערט,
עפעס קראכט.
כ'קוק,
אהער.
כ'בליק,
א שטער.
אפשר איינער,
האט געמערקט.
עס קלאפן די ציינער,
אין מיר עס ערגט.
***
זארג שטעל אפ,
קיינער יעצט מער ווי פריער.
פאנטאזיע נעם אראפ,
איז טאקע נישטא קיין שיעור?
קיינער איז נישט נאך דיר,
טראץ וואס דו האסט געהערט א זאך.
רואיגקייט ווייטער שפיר,
עס פאלט נישט דער דאך.
א טיפער אטעם נעם,
פיל דיר אן די לונגען.
וועט זיך אויפהערן דער פראבלעם,
וועסט קענען ווייטער זינגען.
א גערודער,
א פיצל.
געקלערט,
געטראכט.
מען הערט,
עפעס קראכט.
כ'קוק,
אהער.
כ'בליק,
א שטער.
אפשר איינער,
האט געמערקט.
עס קלאפן די ציינער,
אין מיר עס ערגט.
***
זארג שטעל אפ,
קיינער יעצט מער ווי פריער.
פאנטאזיע נעם אראפ,
איז טאקע נישטא קיין שיעור?
קיינער איז נישט נאך דיר,
טראץ וואס דו האסט געהערט א זאך.
רואיגקייט ווייטער שפיר,
עס פאלט נישט דער דאך.
א טיפער אטעם נעם,
פיל דיר אן די לונגען.
וועט זיך אויפהערן דער פראבלעם,
וועסט קענען ווייטער זינגען.
No comments:
Post a Comment