Monday, November 23, 2009

"אין מיינע צייטן"... "וואס" אין דיינע צייטן???


אך ווי שיין און זיס פלעגט זיין ווען מיר פלעגן זיצן אינעם זיידנס שויס און צוהערן זיינע מעשה'לעך, געשיכטעלעך, אנעקדאטן, זכרונות, פונעם אמאל, פונעם אמאליגן לעבנסשטייגער, פון אמאליגע אידן און פון די אמאליגע חינוך און אזוי ווייטער.

ווי שטארק האט אונז, קינדערלעך, באנומען ווען מיר פלעגן זען ווי פון די האלב-פארמאכטע אויגן פונעם זיידן, האט זיך חוצפה'דיג ארויסגעגליטשט א טרער, ווען ער פלעגט רעדן מיט נאסטאלאגיע וויאזוי מען האט אמאל געוואשן וועש, וויאזוי מען איז געגאנגען צום שוסטער אויפנייען א ניי-פארל שיכלעך פאר די קינדער, וויאזוי מען האט מיט די קינדער געלערנט אינדערהיים, אויף די ערדענע באלאטעס, מיט אביסל וואסער צו טרינקען און ברויט אנגעשמירט מיט אביסל אויסגעקראצטע שמן זית.

די יארן לויפן, פון אונזערע "זיידעס" זענען שוין קוים מנין פארבליבן, קוים קוים וואס מ'טרעפט נאך דא און דארט א אידל וואס האט געקענט עפעס א צדיק אמת פון פריערדיגן דור.

עס וואקסט אונטער א ניי דור, נישט נאר פרישע יונגעלייט, פרישע בחורים, פרישע בעלי בתים, נאר אויך פרישע זיידעס. עס וואקסט ווי אויף הייוון א נייעם דור פון זיידעס. יונגעלייט, וועמען מיר געדענקען נאך זייער שנה ראשונה, מיר געדענקען נאך ווי זיי זענען געקומען אין שוהל מיטן שטריימל אין שבע ברכות און זיך געשוואוירן ביים אלעם הייליגן אז יעדער קוקט יעצט אויף זיין נייע גלאנציגע עטרה וועלכע ער צערטלט און גלעט מיט א איידלקייט אויף זיין אקסל.

וויבאלד איך רעד פון עמיצן ספעציפיש, וועל איך אויסדרייען מיין מיקראפאון טאקע דירעקט צו אים:

דו, כ'געדענק נאך ווען איך בין געווען א בחור'ל און דו א פרישער כולל יונגערמאנטשיקל. האסט ארויסגעבעקט פונעם פארקינג לאט, און כהאב געזען ווי דיינע אויגן גלאנצן פאר פרייד, ווי צו זאגן 'דער אפגעריסענער בחור איז מיר יעצט טויט מקנא'...

כ'געדענק נאך ווען דו האסט דאס ערשטע מאל געדינגען א "פרי-פעיד" "טי-מאוביל" סעלפאון און האסט ערנסט געקלערט אז מען קוקט דיר אן "אזוי קיללללל" ווי דו זאלסט ווען פרעזענטירן אנטארטיקע אליינס...

נאך א מזל אז דעמאלט איז נאכנישט געווען דער "בלו-טוט" צו באקומען, ווייל כ'קען זיך פארשטעלן אז דו וואלסט דיר געזייפט יעדן טאג דעם אויער פאר באזינדערע דריי שטונדן, זיך שווערנדיג אז יעדער וועט דיר באטראכטן מיטן "בלו-טוט"...

און ווען דו האסט דיר ערנסט ערלויבט, נאך א פינאנציעלע שמועס מיטן בני בית, צו שיקן א טעקסט מעסעדזש אין ווערט פון פופצן צענט, האסטו זיכער געמאכט אז עטליכע אידן זאלן יענעם טאג דאנקען דעם באשעפער ביים דאווענען אז זיי האבן שיער נישט אראפגעקלאפט א איד מיט זייער קאר. דער "איד"- ביזטו, טייערע יונגערמאן...

די יארן זענען געלאפן, איך בין מיר געגאנגען מיין וועג און דו דיין וועג. איך האב ב"ה אויך חתונה געהאט (און מעגליך זענען געווען עטליכע יונגערע פון מיר וועלכע האבן מיר אנאליזירט מיט די זעלבע שפאסיגע בליקן מיט וועלכע איך האב דיר אנאליזירט...) און דו ביזט פארנומען געווארן מיט א שטוב מיט קינדער.

אט איין שיינעם טאג, די וואך שבת אין שול, זעה איך ווי א יונגערמאנטשיקל קומט צו צו דיר מיט א קליין דריי-יעריג יונגל. נאך א וויילע האב איך רעאליזירט אז דאס איז דיין איידעם און זיין קליין קינד- דיין עלטסטע אייניקל!

זיצנדיג בלויז איין שורה אונטער דיר, האב איך געקענט מיטהאלטן אלעס וואס דו האסט גערעדט צו דיין זיסע אייניקל, און טאקע צוליב דעם שרייב איך וואס איך שרייב יעצט.

דער אייניקל דיינער, האט געהאט מיט זיך א פעקל מיט פארשידענע נאשעריי. דו, וועלנדיג "שפילן זיידע", האסט אנגעהויבן מיט א גאנצע רעדע צו אים אין קאפ אריין "אין מיינע צייטן! אוי, זיסקייט, איז נישט געווען די אלע קאלערדיגע נאש! פאטעיטע טשיפ??? איז געווען בלויז ווען מיר האבן מסיים געווען מסכת ברכות משניות! א קענדי איז געווען א זאך וואס בלויז אין חלום האבן מיר עס אפילו נאר געהאלטן אין אונזערע הענט". און דו ביזט ממשיך "מיין טאטע, עלטער זיידי זאל זיין געזונט, פלעגט מיר אלעמאל זאגן אז אויב וועל איך נישט עסן נאשעריי, וועל איך קענען געדענקען די א"ב גוט"...

אזוי גאר??? דו האסט קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין נאשעריי??? דו עסט נישט קיין נאשעריי??? פאטעיטע טשיפ איז דיין פאנטאזיע??? "גיוו מי עי ברעיק" זאגט מען אויף מאמע לשון! וואס האבן געזוכט די שמוצלעך פון די "פרוט-פליקס" אונטער דיין זיץ איינמאל ווען כהאב מיט דיר געכאפט א היטש ווען ביזט נאך געווען א יונגערמאן??? וואס האסטו אזוי העפטיג געקייעט שבת נאכמיטאג, ווען דו ביזט כלומרשט געזעסן מיט דיין כאווריסע און געלערנט??? וואס זענען געווען די "טשו-טשו" שמוצלעך אינעם פלאסטיק פון דיין תפילין בייטל???

הער אויף מיט די שטיק פון "אין מיינע צייטן"! לערן נישט אויס פאר דיין אייניקל וויאזוי ער זאל בלאפן זיינע אייגענע אייניקלעך!

שפעטער האב איך מיטגעהאלטן ווי ער האט דיר געבעטן דער איבריגער "קאצקע-צוקער" וואס איז געליגן אויף דיין ארט, האסטו אים מיט א גאנצע רעדע מסביר געווען ווי נישט געזונט עס איז, און אז דו האסט נאך קיינמאל נישט גענומען מער ווי איינס צו יעדע קאווע...

איך געדענק נאך ביזט געווען א חתן צוויי טאג פאר די חתונה, האסט זיך געדרייט אין ביהמ"ד ווי די וועלט איז דיינס, האסט דיר געמאכט א קאווע, און גענומען צום קאווע 4 קאצקעס, דער אלטער (ער לעבט שוין נישט...) וועלכער האט גענומען קעיר פון די קאווע, האט דיר אזא פסק געגעבן, פאר כעס האסטו גענומען נאך צוויי קאצקעס און דאס פארשלינגען מיט די קאווע...

לאז אפ מיט "מיינע צייטן"! לאז אפ די שטיקעס אז דיין טאטע איז געווען שטרענג צו דיר און דו האסט נישט געקענט און געטון וואס דיין הארץ האט געגלוסט!

נישטאמאל איז "דיין" טאטע שוין געווען געבוירן ביים קריג! דו ביזט א "יענקי" מיט אלע מפרשים, געבוירן אויף אמעריקאנער ערד! געהאדעוועט צווישן די קאלירפולע גראסערי איילס, ערצויגן און געהאצקעט מיט די נייעסטע סטייל ביג-וויהלס און בייקס, טא מאך פון א צווייטנס קאפ א שופר, נישט פון מיינס און נישט פון דיין אומשולדיג אייניקל...

איך וואלט דיר ווען געזאגט די גאנצע דרשה אין פנים אריין, אבער כהאב מורא אז דו לעבסט אזוי שטארק אין דמיון פון "דיינע צייטן" אז דיינע גלעזער וועט נידערן עטליכע צענטימעטער נאנטער צום שפיץ נעזל דיינס, און וועסט מיר אנהייבן מיט א גאנצן הסבר אז אין דיינע צייטן האבן יונגעלייט רעספעקטירט די זיידעס פונעם דור...

נידאל חאסאן ואביזריהו


אין מיינע אויגן, ווערט דער ענין צעטיילט אין צוויי חלקים.

ערשטנס:

פארוואס האט די עף בי איי נישט געהאט א רויט לעמפל איבער נידאל חאסאן?

דאס איז באמת א הימל-שרייענדע פראגע, אויף וועלכע די שפיאנאזש אינסטאנצן קענען דערווייל נישט טרעפן קיין געהערן ענטפער און זיי פרובירן נאר צו פארווישן און זאגן אז עס איז נישט געווען קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן האבן אפילו דאס מינדעסטע קעיס אויף אים.

ער פלעגט אפענערהייט פרעדיגן אז אמעריקע'ס מלחמה קעגן טעראר איז עכט א מלחמה קעגן איסלאם און מען דארף דאס אפשטעלן.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

זיך לערנענדיג אויף פסיכאלאגיש-קראנקע פאציענטן אינעם וואלטער ריעד מיליטערישע שפיטאל, פלעגט ער פרעדיגן די מוסולמענער גלויבן און פרובירן אריינצוכאפן זעלנער צום איסלאם. עס זענען דאן געווען עטליכע מיטונגען פון די שפיטאל הויפטן, מען האט אים אפילו באזייטיגט אלס א שטראף פאר עטליכע וואכן.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ער איז געווען אין גאר נאנטע פארבינדונג מיט א ראדיקאלן אימאם, אויף וועמען די עף בי איי האט א גאנצע קעיס און ער פרעדיגט אפענערהייט ראדיקאלע איסלאם.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ביי א געוויסע סעמינאר האט חאסאן געזאלט אויפטרעטן מיט א רעדע איבער "מענטאל העלט", אנשטאט איז ער אנגעקומען מיט א גאנצע "פאוער פוינט פרעזענטאציע" איבערצוצייגן זיינע קאמעראדן אז אמעריקע פירט א קריג מיט איסלאם.

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

ער איז ארומגעפארן אין אן אויטא אנגעקלעבט מיט אנטי-אמעריקאנער "באמפער-סטיקערס".

אבער וואו איז געווען די עף בי איי???

צווייטנס:

דער דינער פאדים וועלכע טיילט אפ צווישן פסיכאלאגיש צערידערט און ראדיקאלער איסלאם

אין א לענגערע ארטיקל אינעם "טיים" ווערט באשריבן גאר אינטערעסאנט איבער די שטארקע פארבינדונג וואס די איסלאמישע ראדיקאלע גלייבונגען האט מיט פסיכאלאגישע צערידערטע מענטשן.

לאמיר פרובירן אריינצוגיין אינעם מוח פונעם מענטש וועלכער איז פשוט און פראסט צערידערט און ער איז ליידיג פון עפעס העכערס און ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיין לעבן.

די ערשטע זאך וואס קומט ארויף פאר אזא איינעם אין געדאנק איז: זיך נעמען דאס לעבן. ביז מיט עטליכע יאר צוריק, ווען עמיצער האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן, איז ער ארויף אויפן וואשינגטאן בריק, אדער אין פאל פון א פחדן איז ער ארויף אויפן "טאפענזי בריק" און זיך אריינגעווארפן אין וואסער, און א עק צו אלע פראבלעמען.

איז דאס אבער גאר א שווערע זאך צו טון, און רוב מענטשן וועלכע ווילן זיך נעמען דאס לעבן, ווען עס קומט שוין ממש צום אקט זעלבסט, ווערן זיי דערשראקן פון זיך אליינס און זיי טוען דאס נישט.

אמעריקע איז אין די לעצטע 10 יאר געווארן "אבסעסד" מיט טעראריזם, מוסולמענער גלויבן, ראדיקאלער איסלאם און די אלע זאכן ארום. גאנצעטע פילמס ערשיינען ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט און הוילקייט פון די גלויבונגען.

פאר א נארמאלער מענטש טוט דאס אויף זייער א גינסטיגע זאך. עס פארשטארקערט זיין האס און שנאה צום איסלאמישן טעראריסט, ער ווערט פארמיאוסט אין די געמיינע טאקטיקן און נארישקייטן וואס די אימאמס פרובירן צו פארשפרייטן און באאיינפלוסן די יונגע אומשולדיגע אומוויסנדע אראבער און דאס אלעס.

ווען עס האנדלט זיך אבער פון איינער וועלכער דרייט זיך מיט געדאנקען פון זיך נעמען דאס לעבן, ווערט ער אויטאמאטיש שטייטליך אריינגעשלעפט דערין. און די סיבה דערפון איז פשוט: ענדליך רעדט שוין איינער פון זיך נעמען דאס לעבן און האבן דערנאך כל טוב וטוב וואס מען רעדט איין פאר די אומוויסנדע אראבער וואס זיי וועלן אלס האבן אין 'גן עדן' (עפ"ל) אויב וועלן זיי ווערן מארטירער און אוועקגעבן זייער לעבן פאר אללא'ס וועגן.

יעצט לאמיר באטראכטן דער זאך אזוי: ווען א ווייסער טעקסאס געבוירענער גוי קומט אריין איין שיינעם טאג אין זיין שולע און נעמט זיך אויסשיסן אויף זיינע חברים, וואלט מען דאס גלייך אפגעזיגלט אלס א טעראריסטישע אטאקע? זיכער אז נישט! וואלט מען פארדאמט אן אמעריקאנער פרעזידענט וועלכער וואלט נישט גלייך ארויסגעטראטן און געזאגט אז אמעריקע איז באטראפן געווארן פון א פרישע טעראריסטישע אטאקע? זיכער אז נישט!

יעצט. נידאל חאסאן, וויפיל רויטע לעמפלעך ער האט נאר געזאלט האבן אנגעצינדן ביי די אינסטאנצן, איז דאס אבער נישט געווען קיינע באווייזן אז ער איז פארבינדן מיט א גרעסערע טעראריסטישע גרופע! ווייל ער איז א מוסולמענער גלויביגער, און מיט די יארן איז ער געווארן מער און מער פאנאטיש צום איסלאם, מיינט נישט אז ער קען שוין ווערן אפגעצייכנט אלס מוסולמענער טעראריסט.

ווייל אין פאקט קומט יעצט ארויס אויף אים אנע שיעור מעשיות אז ער האט זיך אויפגעפירט גאר מאדנע און איז געווען א שטארק-צעפידלטער פארשוין.

פון איין זייט האט נישט ליב געהאט צו זיין צו שטארק נאנט מיט מענטשן, אבער מיט זיין פייגל וועלכע ער האט אויפגעצויגן ביי זיך אינדערהיים איז ער געווען אבנארמאל צוגעבינדן. ער פלעגט צעקייען עסנווארג און דאס אריינלייגן אין א טעלער און דערנאך אויפעסן אינאיינעם מיטן פייגל.

ווען ער איז איינמאל געשלאפן אויף דער ערד און בטעות האט ער צעקוועטשט דעם פייגל צום טויט, איז ער פאר לאנגע מאנאטן נאכדעם נאך געגאנגען באזוכן דאס פלאץ וואו ער האט איר באערדיגט.

דא האט זיך צוזאמענגעשטעלט א מאדנע צוזאמשטעל: א מוסולמענער גלויביגער, וועלכער איז געווארן פסיכאלאגיש גערירט (מען זאגט אז דאס איז געקומען פון "סעקאנדערי טראמא", וואס מיינט אז דער פסיכאלאג וועלכער באהאנדלט קראנקע פאציענטן ווערט זעלבסט אנגעשטעקט מיט די קרענק און טראמאס וואס די פאציענטן ליידן) אויף אזוי ווייט אז ער האט געוואלט באגיין זעלבסטמארד, אינאיינוועגס איז ער געווען אנגעשטעקט מיט ראדיקאלע ווידעאוס און לעקציעס. ער האט אויסגעפירט זיין ברוטאלע אקט, וואס האט געפירט צו 13 אומגעברענגטע זעלנער, וואס דאס איז א שרעקליכע זאך און מען דארף אים פאראורטיילן צום ערגסטן, אבער שרייען צום פרעזידענט אז ער האט נישט געטון א גוטע זאך פארן נישט ארויסטרעטן גלייך און דאס דערקלערן ווי א טעראריסטישע אטאקע????? דאס איז דאך פשוט אבסורד!

און אז איר ווילט מיר אפזיגלען ווי א בלויזער ליבעראלער צעדרייטער, האלט איין מינוט איידער איר טוט דאס, לאמיר אייך אראפברענגען וואס מייקל טשערטאף, דער ערשטער "היימלאנד זיכערהייטס פארזיצער" אונטער פרעזידענט בוש, האט געזאגט פארגאנגענעם יאר ביי א רעדע איבער נאציאנאלע זיכערהייט. "מיר קענען זיך נישט ערלויבן אפצוזיגלען יעדע אגרעסיווע אקט, צי עס ווערן ערמארדעט אומשולדיגע צי נישט, אלס א טעראר אקט, ווייל אויב איז אלעס טעראר, איז גארנישט טעראר!"

איר הערט ווערטער? דאס זענען מוראדיגע טיפע ווערטער: אויב באצייכנט מען יעדע זאך ווי א טעראריסטישע אטאקע און מען ווערט דערפון אינגאנצן צערידערט, מען טראכט פון העכערן דער נאציאנאלער אלערט קאליר, מען טראכט פון שטעלן נעשאנעל גארד אין די גאסן, וועט דאס ברענגען גאר א פארקערטע רעזולטאט אז א ריכטיגע טעראר סכנה וועט שוין נישט אזוי שטארק נאכגעפאלגט ווערן, ווייל אויב איז יעדע זאך טעראר, אויב ווען א ניו יארקער מאן וועט זיך אריינווארפן דורכן וואשינגטאן בריק און דווקא אריינטאנצן ווען א שיף פארט דורך און די קראפט פון זיין טראסק וועט אומברענגען איינעם אדער צוויי, אויב וועט אזא זאך באטראכט ווערן ווי "טעראר" דעמאלט קענען מיר זאגן א גוטע נאכט צו באקעמפן טעראר.

אין איין ווארט: מען האלט ביי א מצב אז יעדער פסיכאלאגיש-צערידערטער פארשוין האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן אנגעשטעקט מיט ראדיקאלער איסלאם און די אמעריקאנער טאטעס וועלן מוזן אויפקומען מיט א נייעם וועג וויאזוי דאס צו באהאנדלען. אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען נאריש ארויסצוטאנצן און דאס דערקלערן ווי אן אטאקע פון טעראריסטן אויף אמעריקע.

פעילינס בוך: פארזעצונג פון טפשות און קליינקעפיגקייט פונעם 08' קאמפיין

אט איז וואס כהאב אפגעשריבן עטליכע טעג איידער עס איז ערשינען די נייע בוך פון סערע פעילין

עעעעעעענדליך קומט מען שוין אן צום פריידיגן מאמענט, מען האלט שוין נאוועמבער 16 למספרם, בלויז איין קורצע טאג טיילט אפ צווישן אונז און דער ערשיינונג פונעם נייעם בוך, ארויסגעגעבן דורך סערע פעילין, די וויצע פרעזידענט קאנדידאטקע, וואו זי וועט אויפדעקן אז אפילו עס זענען געווען מיליאנען אמעריקאנער וועלכע האבן יא געקלערט אז זי איז פאסיג צו דינען אלס וויצע פרעזידענט, זענען זיי דאך נישט געווען גערעכט און זי איז טאקע נישט פאסיג פאר דער אמט... אקעי גענוג שפאס, דער בוך וועט אויפדעקן מער דעטאלן איבער דער גאנצער קאמפיין פון יארע 2008, וויאזוי די מידיא האט איר אראפגעריסן, וויאזוי דער מעקעין לאגער האט איר נישט געהעריג געלאזט זיך אויסברייטערן און זיך לאזן מער הערן און אזוי ווייטער.

ראש לימבאו קען שוין קוים ווארטן, שאן הענעטי האט געמאכט א שבועה נישט צו טרינקען קאווע ביז עס וועט זיין פארקויפט 4 מיליאן שטיקלעך דערפון, גלען בעק האט געשוואוירן נישט צו לאזן קיין איין פעידזש פונעם בוך אנע טרערן דערויף, קורטיס סליווא וועט נוצן דער בוך אנשטאט די "רעדבול" וואס ער טרינקט יעדע נאכט זיך צו קענען האלטן אויף, ביז אום האלבער נאכט, ווען ער ענדיגט פרעדיגן צום מיקראפאון...

אויב קריגט איר אימעילס פון קאנסערוואטיווע וועבזייטלעך, האט איר זיך שוין מן הסתם באגעגנט מיט אומצאליגע "אפפערס" וויאזוי איר קענט קריגן דער בוך פאר אומזיסט, בלויז דורכן זיך אויפסיינען פאר געוויסע קאנסערוואטיווע פראגע בויגנס וואס איר ווערט געבעטן אויסצופילן (וואס דאס איז די זעלבע טאקטיק וואס די רעכטע האבן געניצט צו פארקויפן מיליאנען שטיקלעך פונעם בוך "אבאמאנעישאן" וועלכע איז ארויסגעקומען קעגן פרעזידענט אבאמא אינעם קאמפיין).

אלנפאלס, גענוג מיט די שפאס, ווייל וואס פעלט זיך אויס צו טרייבן שפאס פונעם בוך און פון אלעס ארום, ווען דער עצם בוך וועט זיין די גרעסטע שפאס וואס פעילין האט נאר אמאל געברענגט אויף זיך אליינס! דער בוך, לויט די וועלכע האבן שוין געקריגן פון פאראויס עטליכע קאפיטלען, וועט בלויז זיין א אינטערעסאנטער פארזעצונג און המשך אויפצוקלערן די אמעריקאנער בירגער אז סערע פעילין האט אין בעסטן פאל די קוואליפיקאציעס צו אויסשטייגן א ראדיא טאלק שאו האוסט, גענוי ווי די אלע וועלכע האבן געפרעדיגט פאר אירס וועגן.

לאמיר עטוואס אריינגיין אין די דעטאלן וואס איז שוין עוועילעבל פארן פובליק איבערן בוך:

ערשטנס, דער נאמען פונעם בוך:
גייענדיג אליינס
"
אן אמעריקאנער לעבן"

לויט פארשידענע קוועלער הערט מען אז די פעילין פאמיליע איז זעלטן ארויסגעפארן פון די סטעיט אלאסקע, אפילו אויף וואקאציעס פארן זיי נאר פון איין עק אלאסקע צו אן אנדערן עק, זעלטן וואס זיי פארן ארויס פון אלאסקע אויף וואקאציעס. טא, וואס האט דער געשיכטע פון סערע פעילין מיט "אן אמעריקאנער לעבן", ווען זי האט בלויז באזוכט טעקסאס און אנדערע אריגינעלע אמעריקאנער סטעיטס בשעת ווען זי איז ארומגעפארן קאמפיינען פאר מעקעין???

ווער עס ווייסט עטוואס היסטאריע, איז אלאסקע פון אייביג אן נישט געווען אזוי פריינטליך צום געדאנק פון די "פאראייניגטע שטאטן", עס זענען נאך ביזן היינטיגן טאג פאראן גרופעס וועלכע זענען פארנומען מיט אקטיוויטעטן אז אלאסקע זאל זיך עווענטועל אפטיילן פון די איבריגע שטאטן און ווערן א זעלבסטשטענדיגע לאנד (דורכאויס דער קאמפיין זענען געווען ערנסטע באשולדיגקונגען אז איר מאן איז נאנט פארבינדן מיט איין אזא גרופע). גרויסע פאעטיקער און וויסנשאפטלער אין אלאסקע באניצן זיך כסדר מיט אזעלכע אויסדרוקן ווי "אלאסקע, מיין היימלאנד" וכו'

צווייטנס, ווער איז דער שרייבער
אויפן דעקל שטייט געשריבן "סערע פעילין,

דאס איז זיכער, און קיינער לייקנט עס נישט, אז זי האט דער בוך נישט געשריבן אליינס, אזוי ווי א ריזן טייל פאליטישאנס און אנדערע פאפולערע פיגורס וועלכע פובליצירן מעמוארן נעמען אויף שרייבערס, האט פעילין אויך גענומען א שרייבער פארן בוך, מיטן נאמען ליאן ווינסענט, אבער זיין נאמען פיגורירט נישט אויפן בוך, טראץ וואס ביי אזעלכע פעלער שרייבט מען ביידע נעמען אויפן דעקל!

אבאמא איז געווען פון די הויפטן פונעם צייטונג אינעם קאלעדזש וואו ער האט געלערנט אין זיינע יונגע יארן, דער ביכל "אודעסעטי אוו האופ" האט ער ארויסגעגעבן נאך זייענדיג א בלויזער סענאטאר, נישט א פרעזידענטליכער קאנדידאט. און ר' יודל טו מיר א טובה און זאג מיר נישט אז דו ווייסט נישט אז אבאמא שרייבט אליינס די עדיטאריעלס און אפ-עדס וועלכע ער לייגט יעדע שטיקל צייט אינעם "וואשינגטאן פאוסט" און אין "ניו יארק טיימס"

דריטנס, פעילינס אבסעסיע מיט די "קעיטי קוריק אינטערוויו":
דורכאויס דער בוך איז פעילין פארנומען ארויסצוברענגען אז זי האט ארויסגענומען פון די פראגעס וואס די סי בי עס אנקאר האט איר געפרעגט, אז זי –קעיטי קוריק- ליידט אויף א נידריגן "סעלף-עסטיעם".

ווער עס האט נאר אביסעלע מיטגעהאלטן דער 08' קאמפיין, און ווי עס זאגן קלאר די וועלכע זענען נאנט מיט איר פון אלאסקע, האט קלאר געזען אז פעילין איז די וועלכע האט אייביג געוויזן א שוואכן סעלף-עסטיעם, אפילו ווען זי איז ארויף אויפן פאדיום און געהעצט דעם פובליק קעגן אבאמא מיט לעכערליכע סטעיטמענט, ווער רעדט נאך ביי אט דער אינטערוויו, וואו זי האט נישט געוואוסט צו ענטפערן אויף די פשוט'סטע פראגעס, צי אפריקע איז א קאנטינענט אדער א לאנד, וואו זי האט געזאגט אז זי האט אויסערן פאליטיק ערפארונג ווייל זי קען זען רוסלאנד פון איר הויז אין אלאסקע און וואו זי האט נישט געוואוסט צו ענטפערן וועלכע מאגאזינען און צייטונגען זי ליינט (ווייל די ריכטיגע פראגע איז געווען: צי ליינסטו ביכער, צייטונגען אדער מאגאזינען?...)

פערטנס: געלטער לגיונות
אינעם בוך שרייבט פעילין אז דער מעקעין קאמפיין האט איר געצווינגען צו באצאלן 50 טויזנט דאלער צוליב וואס עס האט זיי אפגעקאסט די "וועטינג פראצעס" (די גאנצע פראצעדור וויאזוי מען זיצט מיט אדוואקאטן, פאליטישע עקספערטן וכדו' און מען וועלט אויס א וויצע פרעזידענט קאנדידאט).

דאס איז ווייט פונעם אמת, ערשטנס ווייל זי איז קיינמאל נישט דורכגעגאנגען דער געהעריגער "וועטינג פראסעס"; איר אויפצונעמען אלס מיטלויפער איז געווען א לעצט-מינוטיגע באשלוס פון דער מעקעין קאמפיין. צווייטנס, לויט ווי א ראטגעבער צום מעקעין קאמפיין איז שוין קלאר ארויסגעקומען און געזאגט אז די באשולדיגונגען זענען פאלשע.

פינפטנס: פעילין זאגט אז מעקעין ראטגעבער, איבערהויפט סטיוו שמידט, האבן איר געצווינגען זיך צו האלטן צו די פארגעשריבענע צעטלעך ביי אירע רעדעס.

אין פאקט איז די ראטגעבער פירמע "סטיוו שמידט ענד קא. –וועמען מעקעין האט אויפגענומען צו פירן זיין קאמפיין- כסדר געווען פארנומען צוריקצוהאלטן פעילין פון ליגנט זאגן פאר די אמעריקאנער וויילער, אנגעהויבן מיט די געשיכטע איבער דער "ברידזש טו נאו וועיר" און איבער איר מאנ'ס –טאד פעילין- פארבינדונגען אין אלאסקע מיט פארשידענע פארטייען. אין פאקט האט פעילין זיי געלאכט אין פנים און כסדר געזאגט אומפארגעשריבענע זאכן, וועלכע האבן עווענטועל שטארק געשאדט פאר מעקעין.


*


דאס איז וויפיל כהאב אנגעיאגט צו טרעפן פאר ביז ווען דער בוך וועט עווענטועל ארויסקומען מארגן דינסטאג. איין זאך קען איך זאגן, איך לעכצע דערנאך, ס'קומט גוטע טעג פאר אמעריקע, מען וועט האבן וואס צו לאכן.

דער קאנסערוואטיווער קאלומניסט, דעיוויד ברוקס, האט נעכטן זונטאג אין א אינטערוויו געזאגט אז אין זיינע אויגן איז פעילין "א וויץ".

"
מיר האבן ערנסטע פראבלעמען אין לאנד, די עקאנאמיע איז אין דער ערד, די מלחמות גייען נישט בסדר און זי איז בלויז פארנומען מיטן פאררעכטן איר אימעדזש ביי די אמעריקאנער בירגער, איך קען איר נישט נעמען ערנסט, זי איז אין מיינע אויגן א וויץ, גארנישט מער"- האט ברוקס אויסגעפירט.

*

יעצט קומט א פרישע באריכט פון די "אסאשיעטעד פרעס" וועלכע האט אויך דורכגעפירט זייער אייגענע "פעקט טשעק", וואו זיי זענען נאכגעגאנגען צי די אינפארמאציע וואס פעילין געבט אין איר בוך איז אקוראט.

זי שרייבט אינעם בוך אז אלס גאווערנאר פון אלאסקע האט זי שטענדיג בלויז געזוכט ביליגע האטעלס ווען זי איז געפארן צו קאנפערענצן און אויף וואקאציעס, צוליב וואס זי האט נישט געוואלט עס זאל אפקאסטן פאר די אלאסקע שטייער צאלער גרויסע געלטער.

אין פאקט ווייזן די רעקארדס אז אין אקטאובער 2007 איז זי געקומען צו פארן קיין ניו יארק צו א קאנפערענץ פאר קאנסערוואטיווע פרויען מיט איר טאכטער, און איינגעשטאנען אין "עסעקס האוז" האטעל, וועלכע האט אפגעקאסט פאר אלאסקער שטייערצאלער א סך הכל פון 707.29 פער נאכט. בלויז אין יארע 2007 האט זי אריינגעגעבן רעסיטס פאר די שטאט -אז מען זאל איר דאס אפצאלן- פון 20 טויזנט דאלער ווערט פון טרעוול פאר אירע קינדער, וועמען זי האט מיטגענומען אפילו צו קאנפערענצן און צוזאמענקונפטן וואו אירע קינדער זענען נישט געווען געלאדענט.

זי שרייבט אינעם בוך אז ווען זי איז געלאפן פאר גאווערנאר אין אלאסקע האט זי בלויז באקומען געלטער פון קליינע ביישטייערער און איר קאמפיין האט צוריקגעוויזן עטליכע גרויסע טשעקלעך פון גרויסע ביישטייערער, צוליב וואס זי האט נישט געוואלט צוקומען צו האבן א "קאנפליקט אוו אינטערעסט" און זיין געצווינגען זיך צו ברעכן צוליב די גרויסע ביישטייערונגען

אין פאקט, ווייזן די רעקארדס אז פון די 1.3 מיליאן דאלער וואס זי האט אויפגעטריבן אין די פריימערי און פאר די וואלן אלס גאווערנאר, זענען רוב געווען פון ביישטייערער און פאליטישע "עקשאן קאמיטעען" וועלכע האבן אלע געגעבן פון 500 דאלער און העכער.

זי האט אויך גענומען טויזנט דאלער פון צוויי אלאסקע סטעיט סענאטארן, בלויז איין וואך נאכדעם וואס עף בי איי אגענטן האבן דורכגעפירט אן אבלאווע אויף די אפיסעס פון די צוויי פאליטישאנס צוליב קארופציע סקאנדאלן אין פארבינדונג מיט א מאכטפולע אלאסקע אויל גראבונג פירמע.

פעילין שרייבט אינעם בוך ווי שטארק זי איז געווען קעגן קארופציע אין רעגירונג, נאך זייענדיג א לאקאלע פאליטישאן אין אלאסקע. זי האקט אויף א געוויסן קאונסילמאן אין וואסילע, אלאסקע, וועלכער האט פארמאגט א "גארבעדזש טראק" פירמע און האט געשטופט אז מען זאל דורכפירן א געזעץ צו נעמען פרישע שטייערן פון יעדן איינוואוינער וועמען מען נעמט אים אוועק די גארבעדזש פון הויז.

אין פאקט, ווען פעילין איז געווען מעיאר פון וואסילע, אלאסקע, האט זי געשטופט די סטעיט לעגיסלאטורן זאלן דורכפירן א געוויסע ענדערונג אין די זאונינג געזעצן, אזוי אז זי זאל קענען פארקויפן איר 327,000 דאלארדיגן הויז. ווען מען האט איר קאנפראנטירט אז עס זענען פאראן אויפן לאט געוויסע פייער געזעצן פארלעצונגען, האט זי צוגעזאגט אז זי וועט עס פאררעכטן. עס איז נאך דערווייל ביזן היינטיגן טאג נישט פארראכטן געווארן.

זי און איר מאן טאד פעילין האבן פארמאגט א געשעפט צו פארקויפן שניי מאשינען, און אלס פאליטישאן האט זי פאראויסגעשטופט געזעצן גרינגער צו מאכן דאס גליטשן זיך אויף שניי און די פארשידענע שניי-פארמעסטן וועלכע קומען פאר אין אלאסקע, אזוי אז דער עולם זאל קויפן מער שניי גליטשערס.


אינעם בוך שרייבט זי ווי שטארק זי איז קעגן רעגירונגס געלטער און קעגן די סטימולוס פלענער. זי געבט אראפ אלאסקע אלס א סטעיט פאר אומאפהענגיקע, זעלבסטשטענדיג בירגער, וועלכע זוכן נישט יעדע זאך צו לויפן פאר הילף צו די פעדעראלע רעגירונג.

דער פאקט איז אבער אז די סטעיט אלאסקע איז פון די איינציגסטע סטעיטס וועלכע זענען דאס מערסטע אנגעוויזן אויף פעדעראלע סובסידיעס, און זיי באקומען הילף פון וואשינגטאן, פיל מער געלט ווי זיי צאלן שטייערן פאר וואשינגטאן. א אומפארטייאישע שטייערצאלער ריסוירטש גרופע האט אנטדעקט אז אין יארע 2005 האט אלאסקע באקומען פון די פעדעראלע רעגירונג 1.84$ פאר יעדן דאלער שטייער וואס זי האט געצאלט, דאס מיינט אז זי האט איבערגעלאזט די רעגירונג אין א דעפיציט פון איר זייט.

כ'האף אז דער בוך באשטייט פון גענוג בלעטער, ווייל לויט די ליגנטס וואס מען האט שוין אויפגעדעקט, האלט מען שוין ביי א היפשע ליסטע. עס מוז דאך "עפעס" אינעם בוך בלייבן וואר...

*

גיימער ווייטער מיטן אויפדעקן די ליגנטס וואס פולן איבער די בלעטער פונעם בוך פון סערע פעילין:

רעדנדיג פונעם בוך אין א אינטערוויו אנהייב די וואך, האט פעילין געזאגט אז ווען מען האט איר אנגעטראגן די פאזיציע פון וויצע פרעזידענט קאנדידאטקע, האט זי נישט דורכגעפירט א אפשטימונג מיט אירע קינדער צי זי זאל דאס אננעמען צי נישט.

דער פאקט איז אבער, און זי האט דאס קלאר געזאגט אין א אינטערוויו מיט שאן הענעטי אין יאר 2008, אז זי האט יא דורכגעפירט א אפשטימונג מיט איר פאמיליע.

זעט לינק

אינעם בוך זאגט זי אז די מעקעין געהילפן זענען געווען פאראנטווארטליך אויף די שפענדעריי פון 150 טויזנט דאלער פאר טייערע קליידונג.

דער פאקט איז אבער, אז דער מעקעין לאגער זאגט אז איר ווערסיע איז נישט אמת.

זעט לינק

אינעם בוך רעדט זי זיך אפ אז די מעקעין געהילפן האבן איר איינגעצוימט פון גיין צו מערערע קאמפיין אויפטריטן און איר נישט לאזן רעדן.

דער פאקט אז אבער אז זי האט אליינס מודה געווען אז איז דערין שולדיג און זי האט זיי אפילו באדאנקט פאר זייער שווערע ארבעט.

זעט לינק

אינעם בוך שרייבט פעילין אז זי האט הנאה געהאט פונעם געדאנק צו אויפטרעטן אויף "סעטורדעי נייט לייוו"- א שאו וואו מען האט פון איר געמאכט דאס מערסטע גענאר דורכאויס דעם 08' קאמפיין.

דער פאקט איז אבער, און ווי אימעילס ווייזן קלאר, האט זי דאס נישט געוואלט טון און זי האט זיך אקעגנגעשטעלט.

זעט לינק

פעילין זאגט אז די מעקעין קאמפיין האט כסדר איגנארירט אבאמא'ס נאנטע פארבינדונגען מיט "עיקארן".

דער פאקט איז אבער אז דזשאן מעקעין האט דאס כסדר אויפגעברענגט ביי מיטונגען און ביי קאנפערענץ קאלס.

זעט לינק

פעילין זאגט אז זי האט אויסגעפינען געציילטע מינוטן איידער מעקעין האט געגעבן זיין קאנצעסיע רעדע אז זי וועט נישט ערלויבט ווערן צו רעדן. דא

דער פאקט איז אבער אז מען האט איר דאס שוין געהאט געזאגט עטליכע מאל בעפאר.

זעט לינק

פעילין זאגט אז נאכדעם וואס זי איז אריינגעפאלן אין נעץ פון צוויי ראדיא לצים וועלכע האבן זיך אנגעגעבן אלס דער פראנצויזישער פרעזידענט, האט איר סטיוו שמידט אנגערופן און געמאכט קולי קולות אויף איר.

א מעקעין געהילף זאגט אז עס איז אזא טעלעפאון רוף פון שמידט קיינמאל נישט פארגעקומען.

זעט לינק

פעילין זאגט אז נאכדעם וואס זי האט געזאגט אז אבאמא איז באפריינדעט מיט טעראריסטן, איז ארויסגעגעבן געווארן א קלארע באריכט מיט באווייזן איבער די פארבינדונגען פון אבאמא מיט ביל עירס.

דער ארטיקל איז פאקטיש געקומען צו אן אויספיר אז די צוויי זענען נישט געווען אזוי נאנט בכלל.

זעט לינק

פעילין זאגט אז א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן האט געזאגט אז נאכן דורכגעפאלענעם קאמפיין 08' איז פעילין געווארן ווייניגער "ספארקלי".

אין פאקט איז עס געווען א רעפובליקאנער.

זעט לינק

איינער זאל מיר דא אפשטעלן, נו...

טרויער???

א קלייב געטאן,

האט זיך דער אידל.

א נייעם טאן,

אויף זיין פידל.

וואזשע

איז דער געזאנג?

ישראל'יקל אין א קאלוזשע

טוט דיר נישט באנג?

הער אויף,

געזאנג פארפאק.

טרויער ציה ארויף

אש און זאק

***

אוי

דער אידל לאכט

טרויער אזוי

ערגער מאכט

האט זיך דער אידל

א קלייב געטאן

אויף זיין פידל

א נייעם טאן

דער צופרי שונא...

צעקנוילט

צעמישט

פאר'אויל'ט

ווייסט נישט

קאמפליצירט

פארדרייט

מאדנע פלאצירט

קרום שטייט

כ'כאפ זיך אויף

כ'באמערק

די בלוט אין קאפ ארויף

ס'קומט אצינד שווערע ווערק

גערעגט כ'ווער

אדרענעלין פליס

דער פארקאטשעט נאכמער

פיזיש אנגריפן כ'באשליס

מיטן קעמל ענדליך

סדר כ'מאך

פון די צעקנייטשטע בענדלעך

א פאה גאר גלייך

א צוקערל


א יונגעלע קליין

אין געוועלב מוטשעט

פאר א צוקערל איין

דערקוטשעט

צום טאטן

ער וויינט

פונדערווייטן

דאס צוקערל שיינט

זיסקייט מיינס

קרענק ברענגען טוט ער

אפילו בלויז איינס

קען זיך אויסלאזן ביטער

ווייס ווי שטארק

כ'וויל דיר דאס געבן

כ'בין נישט קארג

כ'שוין פשוט דיין לעבן

***

צום טאטן אין הימל

מיר שרייען

מען מאכט א טומל

מיט מיליאנען כ'וויל דרייען

כ'וויל דער צוקער

דעם שיינעם הויז

דאס איז דער עיקר

כ'האלט נישט אויס

שעפעלע שיינס

כ'וויל דיר האבן פרייליך

נישט נאר איינס

נאר מיליאנען טייל'עך

אבער הער

און געדענק

וואס צוקער מער

אלס מער קרענק

כ'קאנטראליר

מיין קינד

יעדע זאך האט א שיעור

כ'וויל דיר געזונט